Пользовательского поиска
поиск по сайту и в Сети через Яндекс

אויגוסט 2018: ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ

УРОКИ ИДИШ в центре Израиля (очно) и во всем мире (online). 054-5466290, e-mail
главнаявсе языкигде учат идишавторвсе словаризолотые правилалитератураграмматиканачинающимдетямтемыпеснифорум,блог


פֿונעם 6טן ביזן 10טן אויגוסט 2018 וועט אין טשערנאָוויץ (הײַנט אוקראַיִנע) פֿאָרקומען אַ וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור, אָפּצומערקן דעם 110סטן יובֿל פֿון דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך

די אָרגאַניזאַטאָרן
העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים
אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס (ווילנע)
קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע פֿאָרשונגען בײַם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוו־מאָהילאַ־אַקאַדעמיע"
טשערנאָוויצער נאַציאָנאַלער אוניווערסיטעט א"נ פֿון יורי פֿעדקאָוויטש
טשערנאָוויצער שטאָטראַט
טשערנאָוויצער מוזיי פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם בוקאָווינער ייִדנטום

דער פּראָיעקט ווערט אונטערגעשטיצט פֿון
אייראָפּעיִש־אַזיאַטישער ייִדישער קאָנגרעס
אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס
ועד (אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע קערפּערשאפֿטן און קהילות) פֿון אוקראַיִנע
פֿונדאַציע "אוקראַיִניש־ייִדישע באַגעגעניש

Loading...

די פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ וועט אַנטהאַלטן די פֿאָלגנדע טעמעס
1.אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע ליטעראַטור, טעאַטער, קינאָ און פּרעסע (1908 – 2018)
2.טענדענצן פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין משך פֿונעם לעצטן יאָרהונדערט (פֿונקציאָנעלע סטילן, לעקסיק, פֿראַזעאָלאָגיע, גראַמאַטיק, אויסלייג)
3.ענדערונגען אינעם סטאַטוס פֿון דער ייִדישער שפּראַך נאָכן יאָר 1908
4.עיקרדיקע צענטערס פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג אינעם 20סטן יאָרהונדערט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, פֿאַראייניקטע שטאַטן און מדינת־ישׂראל. די ראָלע פֿון דער ייוו"אָ
5.ייִדיש אין טשערנאָוויץ נאָכן יאָר 1908. "שול־פֿאַראיין". אָנגעזעענע ליטעראַרישע פֿיגורן
6.ייִדיש בעתן און נאָכן חורבן
7.ייִדיש און העברעיִש אין מדינת־ישׂראל
8.ייִדיש אין חסידישע קרײַזן
9.ייִדיש־אונטערריכט: צוגענג, רעסורן און מעטאָדן
10.פֿאַרווענדונג פֿון קאָמפּיוטערײַ אין דער ייִדישער לינגוויסטיק
11.ייִדיש אַלס אַ לעבעדיקע שפּראַך אינעם 21סטן יאָרהונדערט. ייִדיש און מאָדערנע מעדיע־מיטלען
12.ייִדישע פֿאָרשונגס־פּראָיעקטן נאָכן יאָר 1908: ווערטערביכער, גראַמאַטישע באַשרײַבונגען, ליטעראַטור־פֿאָרשונגען, האַנטביכער און ביבליִאָגראַפֿישע רשימות

די אַרבעט־שפּראַכן פֿון דער קאָנפֿערענץ זײַנען ייִדיש, ענגליש, אוקראַיִניש און רוסיש
עס ווערן פּלאַנירט עקסקורסיעס אין טשערנאָוויץ און געוועזענע חסידישע שטעטלעך אין דער סבֿיבֿה, װי אױך אַ רײַכע קולטור־פּראָגראַם
די אָנטיילנעמערס וועלן באַזאָרגט ווערן מיט כּשר עסן, אויב נייטיק
די אָרגאַניזאַטאָרן וועלן דעקן אַלע הוצאות (האָטעל, שפּײַז, קאָנצערטן, עקסקורסיעס, עראָפּלאַן/אײַזנבאַן־בילעטן) די אָנטיילנעמערס, וועמענס רעפֿעראַטן וועלן באַשטעטיקט ווערן פֿון דער קאָמיסיע
שיקט ביטע צו אײַער אָנמעלדונג (דעם טיטל פֿונעם פֿאָרגעלײגטן רעפֿעראַט און זײַנע טעזיסן אין קורצן) ניט שפּעטער פֿונעם 20סטן מאַי 2018 אויף דעם בליצפּאָסט־אַדרעס: wmoskovich@gmail.com
אויב אײַער אָנמעלדונג וועט באַשטעטיקט ווערן (וועגן דעם וועט געמאָלדן ווערן באַזונדערס), וועט איר געבעטן ווערן אַרײַנצושיקן דעם פֿולן טעקסט פֿונעם רעפֿעראט ביזן 29סטן יוני 2018
דער רעגיסטראציע־צושטײַער איז 200 דאָלאַר. אין געוויסע פֿאַלן זײַנען מעגלעך הנחות און סובסידיעס

דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט פֿון דער קאָנפֿערענץ: פּראָפֿעסאָר וו. מאָסקאָוויטש, ד"ר מ. יושקאָווסקי, ל. פֿינבערג

זעט אויך די טעקסטן אויף רוסיש, העברעיִש, אוקראַיִניש, ענגליש, פֿראַנצייזיש און שפּאַניש

Rambler's Top100 Яндекс цитирования